Dudu Fisher

אויפן וועג שטייט א בוים Lyrics

אויפן וועג שטייט א בוים video

Dudu Fisher
Overview

אויפן וועג שטייט א בוים Lyrics Translations:

englishtransliteration

Dudu Fisher - אויפן וועג שטייט א בוים lyrics

אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגבויגן;
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן: דרייַ קיין מזרח, דרייַ קיין מערב,
און דער רעשט קיין - דרום,
און דעם בוים געלאָזט אַליין
הפֿקר פֿאַרן שטורעם. זאָג איך צו דער מאַמע : "הער,
זאָלסט מיר נאָר נישט שטערן,
וועל איך, מאַמע, איינס און צוויי
באַלד אַ פֿויגל ווערן". "איך וועל זיצן אויפֿן בוים
און וועל אים פֿאַרוויגן,
איבערן ווינטער מיט אַ טרייסט,
מיט א שיינעם ניגון". זאָגט די מאַמע : "ניטע, קינד",
און זי וויינט מיט טרערן.
"קענסט חלילה אויפֿן בוים
מיר פֿאַרפֿרוירן ווערן". זאָג איך : "מאַמע, ס´איז אַ שאָד
דייַנע שיינע אויגן" -
און איידער וואָס, און איידער ווען,
בין איך מיר אַ פֿויגל. וויינט זי מאמע : "איציק קרוין,Dudu Fisher - אויפן וועג שטייט א בוים - http://motolyrics.com/dudu-fisher/_d4157c7-lyrics.html
נעם, אום גאָטעס ווילן,
נעם כאָטש מיט א שאַליקל,
זאָלסט זיך נישט פֿאַרקילן. די קאַלאָשן נעם דיר מיט,
ס´גייט אַ שאַרפֿער ווינטער -
און די קוטשמע טו דיר אָן,
וויי איז מיר, און ווינד מיר. און דאָס ווינטער-לייבל נעם,
טו עס אָן, דו שׁוטה,
אויב דו ווילסט נישט זייַן קיין גאַסט
צווישן אַלע טויטע". כ´הויב די פֿליגל - ס´איז מיר שווער,
צו פֿיל, צו פֿיל זאַכן,
האָט די מאַמע אָנגעטאָן,
דעם פֿייגעלע דעם שוואַכן. קוק איך טרויעריק מיר אַרייַן
אין דער מאַמעס אויגן -
ס´האָט איר ליבשאַפֿט נישט געלאָזט
ווערן מיך אַ פֿויגל.. אויפֿן וועג שטייט אַ בוים,
שטייט ער אייַנגעבויגן,
אַלע פֿייגל פֿונעם בוים
זענען זיך צעפֿלויגן.

Write a comment

What do you think about song "אויפן וועג שטייט א בוים"? Let us know in the comments below!

Recommended songs